שוועדן איז אַ דעמאָקראַטיע. דאָס וואָרט דעמאָקראַטיע באַדייַט פאָלקסהערשאַפט. דאָס מיינט אַז די מענטשן אין שוועדן קענען נעמען אָנטייל און באַשטימען ווי שוועדן זאָל רעגירט ווערן.
אין אונדזער קאָנסטיטוציע שטייט געשריבן אַז די גאַנצע מאַכט קומט פון דעם פאָלק און אַז דער רייַכסטאָג איז דער ערשטער פאַרטרעטער פאַר דעם פאָלק. יעדע פירטע יאָר וויילט דאָס פאָלק די פּערזאָנען וועלכע וועלן זיי רעפּרעסענטירן אין דעם רייַכסטאָג, אין די לאַנדסטינג און אין די קאָמונען.
די פּאָליטיקער אין דעם רייַכסטאָג באַשטימען וועגן דאָס וואָס האָט צו טאָן מיט דעם גאַנצן לאַנד. די מיניסטאָרן אין דער רעגירונג הערשן איבער דעם לאַנד און באַזאָרגן אַז עס וועט זייַן ווי דער רייַכסטאָג האָט באַשלאָסן. די פּאָליטיקער אין די לאַנדסטינג און אין די קאָמונען באַשטימען אין דעם טייל פון דעם לאַנד וווּ מיר וווינען.
אָט דאָ קענסטו געפינען עטלעכע געוויינטלעכע פראַגעס וועגן דעם רייַכסטאָג.